Poem: דער צויבער
- L&C
- Jan 25, 2024
- 1 min read
Updated: Jul 15
דער צויבער
מען זאָגט, "אַ מענטש"
און שפּרינגט אַרויס
אַ מענטשעלע שוין אָנגעטאָן
אין פֿײַנסטע קליידער פֿון קאַרטאָן
מען זאָגט אים, "רעד"
ער קוקט אַרום
און ווערטער קען ער זאָגן גאָר
געבילדעטע, ווי אויף דער וואָר
מען הייסט אים, "טאַנץ"
ער הייבט זיך אויף
און קונצן מאַכט ער מיט דעם קאָפּ
אַ שוואונג אַרויף, א דריי אַראָפּ
מען זאָל אים אָבער
בעטן, "לעב"!
ער גיט אַ זיפֿץ און בוקט זיך טיף
און ווערט צוריק אַן אורבאַגריף
Comments